has gloss | yid: רבי ירחמיאל אונגאר (התרע"ו - ג שבט התשנ"ט) איז געווען א מגיד שיעור אין דער חתן סופר ישיבה אין ברוקלין. ֿ אפשטאם ירחמיאל איז געבוירן אין דער לויער איסט סייד פון ניו יארק אין תרע"ו צו זיין פאטער, הרב מאיר מרדכי דוד אונגאר, דיין אין מעליץ, און בעל תפילה אום די ימים נוראים פארן מעליצער רבין, וואס האט אימיגרירט אין אמעריקע אין תרס"ט, און זיין מוטער טויבא. הרב מאיר מרדכי דוד איז געווען א זון פון הרב ישראל פון סטאפניץ, א זון פון הרב מנחם מענדל פון סטאפניץ, א זון פון הרב מרדכי דוד פון דאמבראווא און אן איידעם פון רבי ישראל הלוי ראטנבערג פון סטאשעוו. הרב ישראל אונגאר איז געווען אן איידעם ביי הרב משה רוקח פון קארעוו. |